די פּראָגראַם

דער פּראָגראַם נעמט אַרום 236 לערן־שעה אַ זמן. יעדע וואָך וועט זיך דער סטודענט באַטייליקן אין די ווײַטערדיקע קלאַסן :

  • 4 שעה : ייִדישע ליטעראַטור
  • 4 שעה : ייִדישע ליטעראַטור געלערנט מיטן טראָפּ אויפֿן לשון־קודשדיקן עלעמענט אין ייִדיש.
  • 2 שעה : ייִדישע גראַמאַטיק
  • 3 שעה : שמועסן אויף ייִדיש (1 שעה מיט אַ לערער, און 2 שעה אין אַ שמועסקרײַז)
  • 1 שעה : אַ פּריוואַטע לעקציע מיט אַ פּערזענלעכן בעל־יועץ
  • איין מאָל אַ חודש : 7 שעהעדיקער אינטענסיווער סעמינאַר פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור

יעדער סטודענט וועט האָבן אַ פּערזענלעכן בעל־יועץ וואָס וועט אים מדריך זײַך און פֿאָלגן זײַן פּראָגרעס.

בײַם ענדיקן איינעם פֿון די פּראָגראַמען – אָדער דעם פֿאָרשפּראָיעקט, אָדער דעם אַלגעמיינעם פּראָגראַם – קענען די סטודענטן באַקומען 30 אַקאַדעמישע קרעדיטן (ECTS) וואָס רעכענען זיך ווי איין זמן לימודים. די קרעדיטן ווערן געגעבן פֿונעם ברעסלער אוניווערסיטעט, אונדזער שותּף אינעם פּראָגראַם. ס’איז אויך מעגלעך זיך בלויז צו לערנען און נישט צו באַקומען די אַקאַדעמישע קרעדיטן.

פּראָגראַם־אָפּציעס

סטודענטן קענען אויסקלײַבן צווישן צוויי פּראָגראַמען :
א. זיך לערנען אין אַן אַלגעמיינעם פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור
ב. זיך פֿאַרטיפֿן אין אַ באַזונדערן פֿאָרשפּראָיעקט.

א. אַלגעמיינע פּראָגראַם

אינעם אַלגעמיינעם פּראָגראַם, וואָס איז אונטער דער השגחה פֿון פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי (דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער, פּענסיאָנירט פֿון אינאַלקאָ), וועלן די סטודענטן פֿאַרטיפֿן זייערע קענטענישן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. מיט דער הילף פֿון פּראָפֿעסאָר ניבאָרסקי וועט יעדער סטודענט צונויפֿשטעלן אַ לייען־רשימה וואָס וועט זײַן ספּעציעל צוגעפּאַסט צו זײַן מדרגה, צו זײַנע אינטערעסן און צו דעם וואָס ער האָט שוין געלייענט פֿריִער.

בעת די וואָכיקע פּריוואַטע באַגעגענישן וועט דער בעל־יועץ נאָכפֿאָלגן דעם סטודענטס פּראָגרעס, זיי וועלן שמועסן וועגן די ליטעראַרישע ווערק און אויב נייטיק אויך באַאַרבעטן די לייען־רשימה.

סטודענטן וואָס ווילן באַקומען אַקאַדעמישע קרעדיטן (30 ECTS) וועלן מוזן אויסהאַלטן אַ שריפֿטלעכן און אַ בעל־פּה עקזאַמען.

ב. פֿאָרשפּראָיעקט

סטודענטן וואָס ווילן זיך פֿאַרנעמען מיט אַ פֿאָרשפּראָיעקט, קענען פֿאָרלייגן אַן אייגענע טעמע, אָדער זיך לאָזן פֿאָרלייגן אַ טעמע אין שײַכות מיט די אַרכיוון פֿון ייִדישע שרײַבערס און קינסטלער וואָס געפֿינען זיך אין דער מעדעם־ביבליאָטעק. אין ביידע פֿאַלן וועלן די סטודענטן קענען ניצן די גרויסע זאַמלונגען פֿון דער מעדעם־ביבליאָטעק (די גרעסטע ייִדיש־ביבליאָטעק אין אייראָפּע), און די ביבליאָטעקאַרשעס וועלן זיי העלפֿן און מדריך זײַן. דאָקטאָר נאַטאַליאַ קריניצקאַ (סאָרבאָנע אוניווערסיטעט און דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער) ווי אויך אַנדערע לערער וועלן אויפֿזען די פֿאָרשאַרבעט פֿון די סטודענטן. אין די וואָכיקע פּריוואַטע באַגעגענישן וועט דער בעל־יועץ אויך נאָכפֿאָלגן דעם סטודענטס פּראָגרעס אין זײַן פֿאָרשפּראָיעקט.

סטודענטן וואָס ווילן באַקומען אַקאַדעמישע קרעדיטן (30 ECTS) וועלן מוזן שרײַבן אַן אַקאַדעמישע פֿאָרשאַרבעט. מיר דערמוטיקן די סטודענטן צו שרײַבן די אַרבעט אויף ייִדיש, אָבער זיי מעגן זי אויך שרײַבן אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, פּויליש, דײַטש, שפּאַניש אָדער העברעיִש.

דאַטעס פֿון די זמנען

  • האַרבסט־זמן : סעפּטעמבער – יאַנואַר
  • פֿרילינג־זמן : פֿעברואַר – יוני

שֹכר־לימוד

  • פֿאַר איין זמן (15 וואָכן, 236 לערן־שעה) : 1700 אייראָ
  • פֿאַר צוויי זמנען (30 וואָכן, 472 לערן־שעה) : 3400 אייראָ

אויב איר האָט פֿראַגעס וועגן סטיפּענדיעס, קענט איר שרײַבן צו : talmidim@yiddishweb.com