אָרגאַניזאַטאָרן

פּאַריזער ייִדיש־צענטער

דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער שטיצט די פֿאַרשפּרייטונג פֿון ייִדיש אין פֿראַנקרײַך און אין אייראָפּע, ווי אויך דאָס אָפּהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה. ער שטיצט ייִדיש ווי אַ קולטור־שפּראַך און דערמוטיקט דעם ברייטן עולם זי צו שטודירן. אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער וועלן סטודענטן געפֿינען :

די גרעסטע ייִדיש־ביבליאָטעק אין אייראָפּע (די מעדעם־ביבליאָטעק), וואָס נעמט אויך אַרום פֿילמען־ און מוזיק־זאַמלונגען
שפּראַכלעקציעס אויף אַלע מדרגות, ליטעראַרשיע סעמינאַרן און אַ זומער־פּראָגראַם
קינסטלערישע וואַרשטאַטן (טעאַטער, כאָר, פּאָעזיע, קינאָ, טאַנץ, קלעזמאָרים־מוזיק…)
אַקטיוויטעטן פֿאַר קינדער (שפּראַכלעקציעס, כאָר, צייכענען־וואַרשטאַט, פֿאָרשטעלונגען און אַקטיוויטעטן בשעת וואַקאַציעס)
לייען־ און שמועס־לעקציעס אין ייִדיש
פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן אין ייִדיש און פֿראַנצייזיש (אויסשטעלונגען, ספּעקטאַקלען, פֿילם־פּראָיעקציעס, רעפֿעראַטן)
אַ ביכערקראָם און אַ קאַפֿע

ברעסלער אוניווערסיטעט